Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 19:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 און דער מענטש, אין וועמען עס איז געווען דער בייזער גייסט, האט אויף זיי א שפרונג געטאן, און איבערגעוועלטיקט צוויי פון זיי, און זיי (אזוי) בייגעקומען, אז זיי זענען אנטלאפן פון יענעם הויז נאקעט און פארוואונדעט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 19:16
8 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיי קומען צו יהושען/ישוען, און זען דעם באזעסענעם, וואס האט געהאט דעם לעגיאן, זיצן אנגעטאן און ביים קלארן פארשטאנד; און זיי האבן זיך געפארכטן.


ווארום ער האט באפוילן דעם אומריינעם גייסט ארויסצוגיין פון דעם מענטשן; ווייל א סך מאל האט ער אים שוין געכאפט, און מען האט אים געבונדן מיט קייטן און פענטעס און געהאלטן אונטער שמירה; און ער פלעגט צערייסן דאס, מיט וועלכן ער איז געווען געבונדן און איז געטריבן געווארן פון דעם בייזן גייסט אין די מדבריות אריין.


און זיי זענען ארויסגעגאנגען זען, וואס עס האט פאסירט און זענען געקומען צו יהושען/ישוען, און האבן געפונען דעם מענטשן, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, אנגעקליידט און ביי די קלארע געדאנקען און ער איז געזעסן ביי ישועס פיס; און זיי האבן זיך געפארכטן.


און דער בייזער גייסט האט געענטפערט און געזאגט צו זיי: יהושען/ישוען קען איך, פוילוסן קען איך אויך; ווער אבער זענט איר?


און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע יידן און גריכן, וועלכע האבן געוואוינט אין עפעזוס; און א מורא איז געפאלן אויף זיי אלע, און דעם האר ישועס נאמען איז דערהייבט געווארן.


און ער איז אויפגעשפרונגען און האט זיך אנידערגעשטעלט, און איז ארומגעגאנגען; און איז אריינגעגאנגען מיט זיי אין בית המקדש אריין, ארומגייענדיק און שפרינגענדיק און לויבנדיק ה׳.


בשעת זיי זענען זיי מבטיח פרייהייט, זענען זיי אליין קנעכט פון פארדארבונג; ווארום פון וועמען איינער ווערט בייגעקומען, צו דעם ווערט ער אויך פארשקלאפט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ