14 און די, וואס האבן דאס געטאן זענען געווען זיבן בנים פון געוויסן סקעווא, א ייד, איינער פון די ”גרויסע כהנים“.
און אייניקע פון די יידישע וואנדערער, בעלי שם, האבן אונטערגענומען אנצורופן דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע אויף די, וואס האבן געהאט בייזע גייסטער, אזוי צו זאגן: איך באשווער אייך ביי יהושען/ישוען, וועמען פוילוס רופט אויס!
און דער בייזער גייסט האט געענטפערט און געזאגט צו זיי: יהושען/ישוען קען איך, פוילוסן קען איך אויך; ווער אבער זענט איר?