11 און ה׳ האט געטאן אויסערגעוויינלעכע וואונדער דורך די הענט פון פוילוסן;
באמת, באמת זאג איך אייך: דער, וואס גלויבט אין מיר, די מעשים וואס איך טו, וועט ער אויך טאן; און גרעסערע ווי די דאזיקע וועט ער טאן, ווייל איך גיי צו דעם פאטער.
דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט.
און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי.
דאס האט זי אבער געטאן במשך פון פיל טעג. און פוילוס איז דערפון טרויעריק געווארן, און האט זיך א קער געטאן און געזאגט צום גייסט: איך באפעל דיר אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן ארויסצוגיין פון איר. און ער איז ארויס פון איר אין דער זעלביקער שעה.
און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה.
און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.
און ער, וועלכער גיט אייך דעם גייסט און טוט אויף צווישן אייך גבורות, (צי טוט ער עס דען) דורך ווערט פון תרי״ג זכות, אדער דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן?
בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון.