און ווען זיי זענען געקומען צו אים, האט ער צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין, וויאזוי איך האב מיך אויפגעפירט צווישן אייך די גאנצע צייט, פון דעם ערשטן טאג אָן, ווען איך בין געקומען קיין אזיען,
צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.
עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,
יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד;