Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 18:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 וועלנדיק אבער גיין קיין אכאיא, האבן די ברידער אים צוגעגעבן מוט, און געשריבן צו די תלמידים, אז מען זאל אים אויפנעמען; און ווען ער איז אהינגעקומען, האט ער פיל געהאלפן די, וואס האבן געגלויבט דורך דעם חסד;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 18:27
26 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


און געפינענדיק אים, האט ער אים אוועקגעפירט קיין אנטיאכיען. און עס איז געשען, במשך פון א גאנץ יאר האבן זיי זיך פארזאמלט אין דער קהלה און געלערנט א גרויסן עולם מענטשן; און צוערשט אין אנטיאכיען האט מען די תלמידים גערופן משיחיסטים.


(סילאן אבער איז עס וואוילגעפעלן, דארטן איבערצובלייבן.)


ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,


און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר.


און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים,


בר‑נבא אבער האט אים גענומען, און אוועקגעפירט צו די שליחים, און זיי דערציילט, וויאזוי ער האט געזען דעם האר אויפן וועג, און אז ער האט צו אים גערעדט, און ווי ער האט מיט דרייסטקייט גערעדט אין דמשק אין ישועס נאמען.


דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען,


נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.


און ווען איך וועל אנקומען, וועל איך שיקן מיט בריוו די דאזיקע, וועלכע איר וועט האלטן פאר ראוי אוועקצוטראגן אייער נדבה קיין ירושלים;


איך האב געפלאנצט, אפאלאס האט באוואסערט; ה׳ אבער האט געמאכט וואקסן.


נישט אז מיר הערשן איבער אייער אמונה, נאר מיר זענען מיטהעלפער פון אייער שמחה; ווארום איר שטייט פעסט אין דער אמונה.


און דאס דאזיקע ווייס איך גאנץ געוויס, אז איך וועל בלייבן און זיין מיט אייך אלעמען צו אייער שטארקונג און שמחה פון גלויבן;


ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן פון וועגן דעם משיח, נישט נאר צו גלויבן אין אים, נאר אויך צו ליידן פאר אים;


בעת איר זענט נקבר געווארן מיט אים אין דער מקווה, אין וועלכער איר זענט אויך מיטאויפגעשטאנען דורך דעם גלויבן אין דער קראפט פון ה׳, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע.


עס גיט אייך אפ שלום אריסטארכוס דער מיטגעפאנגענער מיינער, און מארקוס בר‑נבאס שוועסטערן‑זון (וועגן וועמען איר האט באקומען באפעלן; אויב ער וועט קומען צו אייך, זאלט איר אים אויפנעמען),


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ