Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 18:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 און נאך דעם ווי ער האט (דארטן) פארברענגט א געוויסע צייט, איז ער אוועק, און איז דורכגעגאנגען כסדר די געגנט פון גאלאטיען און פריגיען, שטארקנדיק אלע תלמידים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 18:23
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס,


איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער!


און עס האט זיך צו אים באוויזן א מלאך פון הימל, און אים געשטארקט.


שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.


און יהודה און סילא, וועלכע זענען אליין אויך געווען נביאים, האבן געטרייסט די ברידער מיט פיל ווערטער, און זיי געשטארקט.


און איז דורכגעגאנגען סיריען און קיליקיען און האט געשטארקט די קהלות.


און ווי זיי זענען ארויס פון דעם געפענקעניש, זענען זיי אריינגעגאנגען צו לידיאן; און זעענדיק זיך מיט די ברידער, האבן זיי זיי געטרייסט, און זענען ארויסגעגאנגען.


און זיי זענען דורכגעגאנגען פריגיען און דאס לאנד גאלאטיען, ווייל עס איז זיי פארווערט געווארן פון דעם רוח הקודש צו רעדן דאס ווארט אין אזיען;


און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים,


פריגיען און פאמפיליען, מצרים און די טיילן פון ליביען ביי קירניה, און די געקומענע פון רוים,


און וואס שייך דער געלטזאמלונג פאר די קדושים (אין ירושלים), ווי איך האב באפוילן די קהלות פון גאלאטיען, פונקט אזוי זאלט איר אויך טאן.


און אלע ברידער, וואס זענען מיט מיר, צו די קהלות פון גאלאטיען:


אזוי ווי מיר האבן פריער געזאגט, און איך זאג עס איצט ווידער: אויב עמיצער זאגט אייך אָן א בשורה אחוץ דער, וואס איר האט אנגענומען, זאל ער זיין אין חרם.


און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע.


און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה,


דערפאר זאלט איר טרייסטן איינער דעם אנדערן מיט די דאזיקע ווערטער.


און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ