Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 18:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 און קומענדיק קיין קיסריה, איז ער אויסגעשטיגן און האט אפגעגעבן שלום דער קהלה, און איז אראפ קיין אנטיאכיען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 18:22
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע,


און דעם אנדערן טאג זענען זיי אריינגעקומען קיין קיסריה. קארנעליוס אבער האט שוין געווארט אויף זיי, האבנדיק צוזאמענגערופן זיינע קרובים און די אינטימע פריינד.


און זע, אין אן אויגנבליק זענען געשטאנען דריי מענטשן ביים הויז, אין וועלכן מיר זענען געווען, וואס זענען געשיקט געווארן פון קיסריה צו מיר.


און עס זענען געווען אין אנטיאכיען, אין דער דארטיקער קהילה, נביאים און מלמדים, בר‑נבא און שמעון, וואס האט געהייסן ניגער, און לוקיוס דער פון קירניה און מנחם, וועלכער איז דערצויגן געווארן צוזאמען מיט הורדוסן דעם טעטרארך, און שאול.


און פון דארטן זיך אוועקגעשיפט קיין אנטיאכיען, פונוואנען זיי זענען איבערגעגעבן געווארן צו ה׳ס חסד צו (טאן) די ארבעט, וואס זיי האבן דערפילט.


שרייבנדיק דורך זייער האנט: די שליחים און די זקנים און ברידער צו די ברידער, וועלכע זענען פון די אומות העולם, און געפינען זיך אין אנטיאכיען און סיריען און קיליקיען, שלום!


און אזוי זענען זיי אוועקגעשיקט געווארן און זענען אראפ קיין אנטיאכיען, האבן פארזאמלט דעם עדה און איבערגעגעבן דעם בריוו.


און פוילוס און בר‑נבא זענען פארבלייבן אין אנטיאכיען, לערנענדיק און אנזאגנדיק מיט נאך א סך אנדערע דאס ווארט פון דעם האר.


אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן.


און האט גערופן צוויי פון די אפיצירן, און געזאגט: גרייט צו צוויי הונדערט זעלנער, וואס זאלן גיין קיין קיסריה, און זיבעציק רייטער, און צוויי הונדערט שפיזנטרעגער, אין דער דריטער שעה פון דער נאכט;


און פעסטוס, קומענדיק אין דער פראווינץ אריין, איז אין דריי טעג ארום ארויפגעגאנגען פון קיסריה קיין ירושלים.


פעסטוס אבער, וועלנדיק געפינען חן ביי די יידן, האט ענטפערנדיק פוילוסן געזאגט: צי ווילסטו ארויפגיין קיין ירושלים, און דארטן פון מיר געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן?


פיליפוס אבער האט זיך געפונען אין אשדוד; און איז ארומגעגאנגען און האט אנגעזאגט די גוטע בשורה אין אלע שטעט, ביז ער איז געקומען קיין קיסריה.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ