20 און ווען זיי האבן אים געבעטן צו בלייבן אויף א לענגערער צייט, האט ער נישט איינגעשטימט;
און זיי זענען געקומען קיין עפעזוס, און ער האט זיי דארטן איבערגעלאזט; אליין אבער איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט גערעדט צו די יידן.
נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס.
ווארום פוילוס האט באשלאסן פארבייצופארן עפעזוס, כדי ער זאל נישט דארפן פארלירן קיין צייט אין (קליין) אזיען; ווייל ער האט זיך געאיילט, ווי ווייט מעגלעך פאר אים, צו זיין אין ירושלים אויף שבועות.
און וואס שייך דעם ברודער אפאלאס, האב איך אים זייער פיל געבעטן צו קומען צו אייך מיט די ברידער; און ער האט בכלל איצט נישט געוואלט קומען; נאר ער וועט קומען, ווען ער וועט האבן א געלעגנהייטלעכע צייט.