און דער שטאט שרייבער, בארואיקנדיק דעם המון מענטשן, האט געזאגט: אָ מענער פון עפעזוס, צי געפינט זיך דען עמיצער צווישן מענטשן, וואס ווייסט נישט, אז די שטאט פון די עפעזער איז די טעמפל היטערין פון דער גרויסער ארטעמיס און פון איר בילד, וואס איז אראפגעפאלן פון הימל?
אויב איך האב געקעמפט פשוט ווי א מענטש מיט די ווילדע חיות אין עפעזוס, וואס נוצט עס מיר? אויב די טויטע שטייען נישט אויף, לאמיר עסן און טרינקען, ווארום מארגן שטארבן מיר! (ישעיהו כב, יג.)
ווי איך האב דיך געבעטן צו פארבלייבן אין עפעזוס, ווען איך בין געגאנגען קיין מאצעדאניען, כדי דו זאלסט באפעלן אייניקע (לייט), נישט צו לערנען אנדערע לערנונגען (הטרודוקסיה),
צו דעם מלאך פון דער קהלה אין עפעזוס שרייב: דאס זאגט דער, וועלכער האלט די זיבן שטערן אין זיין רעכטער האנט, וועלכער גייט ארום אינמיטן פון די זיבן גאלדענע מנורות: