Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 18:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 18:18
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;


און נאך דעם ווי ער האט זיך געזעגנט מיט זיי, איז ער אוועקגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן.


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


שרייבנדיק דורך זייער האנט: די שליחים און די זקנים און ברידער צו די ברידער, וועלכע זענען פון די אומות העולם, און געפינען זיך אין אנטיאכיען און סיריען און קיליקיען, שלום!


און איז דורכגעגאנגען סיריען און קיליקיען און האט געשטארקט די קהלות.


און האט געפונען א געוויסן יידן מיטן נאמען אקווילא, געבוירן אין פאנטוס, נאר וואס אנגעקומען פון איטאליען, מיט פריסקילא זיין פרוי, צוליב דעם, וואס קלוידיוס האט באפוילן, אז אלע יידן זאלן פארלאזן רוים; און ער איז געגאנגען צו זיי.


און האט אנגעהויבן צו רעדן מיט דרייסטקייט אין שול. ווי אבער פריסקילא און אקווילא האבן אים געהערט, האבן זיי אים גענומען צו זיך, און אים נאך גענויער קלאר געמאכט דעם דרך ה׳.


וועלנדיק אבער גיין קיין אכאיא, האבן די ברידער אים צוגעגעבן מוט, און געשריבן צו די תלמידים, אז מען זאל אים אויפנעמען; און ווען ער איז אהינגעקומען, האט ער פיל געהאלפן די, וואס האבן געגלויבט דורך דעם חסד;


טו דעריבער דאס, וואס מיר וועלן דיר זאגן: ביי אונדז געפינען זיך פיר מענער, וועלכע האבן א נדר אויף זיך;


נעם די דאזיקע און רייניק דיך מיט זיי, און באצאל פאר זיי, כדי זיי זאלן זיך לאזן אפגאלן דעם קאפ; און אלע וועלן וויסן, אז אין דעם, וואס זיי האבן געהערט וועגן דיר, איז גאר נישטא (קיין אמת). נאר אז דו אליין גייסט אויך אויפן דרך הישר (דרך ה׳), און היטסט אפ די תורה.


און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט.


איך דערמאן צו אייך צום גוטן אונדזער שוועסטער פעבע, וועלכע איז אויך א שמשית אין דער קהלה פון קענקרעא,


און צו יידן בין איך געווארן ווי א ייד, כדי איך זאל געווינען יידן; צו די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, ווי אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, נישט זייענדיק אליין אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה;


נאך דעם בין איך אוועק אין די געגנטן פון סיריען און קיליקיען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ