Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 18:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 אויב אבער עס זענען שאלות וועגן ווערטער און נעמען אין דער תורה אייערער, זעט איר אליין דערצו; קיין שופט פון די דאזיקע זאכן וויל איך נישט זיין.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 18:15
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט.


אזוי צו זאגן: איך האב געזינדיקט, פארראטנדיק אומשולדיק בלוט! זיי אבער האבן געזאגט: וואס גייט דאס אונדז אָן? זארג דו וועגן דעם!


פילאטוס האט דעריבער צו זיי געזאגט: נעמט איר אים, און משפט אים לויט אייער תורה. האבן די יידן צו אים געזאגט: מיר האבן נישט קיין רשות עמיצן צו טייטן;


און געזאגט: דער דאזיקער מאן רעדט איבער די מענטשן צו דינען ה׳ להיפך דער תורה.


און האב געפונען, אז ער ווערט אנגעקלאגט וועגן שאלות פון זייער תורה, און האט נישט קיין שום באשולדיקונג, אז ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן.


און אויב איך בין דאך באגאנגען א פארברעך, און האב געטאן עפעס, פאר וועלכן איך בין חייב מיתה, אויסמיידן איך מיך נישט צו שטארבן; אויב אבער קיין זאך איז נישט (אמת), פון וועלכע זיי באשולדיקן מיך, קען מיך קיינער נישט איבערגעבן צו זיי. איך אפעליר צום קיסר.


נאר האבן געהאט געוויסע טענות צו אים וועגן זייער אייגענער אמונה, און וועגן א געוויסן יהושע/ישוע, וועלכער איז געשטארבן, און וואס פוילוס זאגט, אז ער לעבט.


איבערהויפט ווייל דו ביסט א קענער פון אלע מנהגים און שאלות ביי יידן; דערפאר בעט איך דיך, דו זאלסט מיך אויסהערן מיט געדולד.


און זיך נישט צו פארנעמען מיט לעגענדעס און יחוס בריוו אָן א סוף, וועלכע פירן צו וויכוחים מער ווי צו דערבויאונג פון ה׳ אין דער אמונה; (אזוי זאלסטו טאן.)


איז ער אויפגעבלאזן, ווייסט גארנישט, נאר קרענקט אויף שאלות און מחלוקת איבער ווערטער, פון וועלכע עס קומען ארויס קנאה, מחלוקת, לעסטערונגען, בייזע חשדים,


אבער נארישע און קינדישע מחלוקת זאלסטו אויסמיידן, וויסנדיק, אז זיי ברענגען ארויס קריגערייען.


נארישע מחלוקת אבער און יחוס בריוו און צאנקעריי און קריגערייען וועגן דער תורה זאלסטו אויסמיידן, ווייל זיי זענען אומנוצלעך און פוסט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ