7 וועמען יאזאן האט אויפגענומען; און זיי אלע האנדלען קעגן דעם קיסרס געזעצן, זאגנדיק, אז עס איז פאראן אן אנדערער קעניג, יהושע/ישוע.
און בשעת זיי זענען ווייטער געגאנגען, איז ער אריינגעקומען אין א געוויס דארף; און א פרוי מיט דעם נאמען מרתא האט אים אויפגענומען אין איר הויז אריין.
און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח.
פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר.
און לערנען מנהגים, וועלכע מיר טארן נישט אננעמען, אויך נישט האלטן, ווייל מיר זענען רוימער.
די יידן אבער זענען געווארן אייפערזיכטיק און האבן גענומען אייניקע פארשוינען פון דעם גאסנגעזינדל, און איינגעזאמלט א המון, און געמאכט א מהומה אין דער שטאט; און שטעלנדיק זיך ארום יאזאנס הויז, האבן זיי געזוכט זיי ארויסצוברענגען פארן פאלק.
און האבן צארנדיק געמאכט דעם המון און די שטאט מנהיגים, ווען זיי האבן דאס געהערט.
און אויף אן ענלעכן אופן איז דען רחב הזונה נישט גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, ווען זי האט אויפגענומען די מרגלים און זיי אוועקגעשיקט אויף אן אנדערן וועג? (יהושע ו, כה.)
ווייל אזוי איז עס ה׳ס רצון, אז מיט אייער טאן גוטס זאלט איר ברענגען צום שווייגן דאס אומוויסן פון נארישע מענטשן;