Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 17:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 17:4
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

די יידן האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואו וועט דאס דער דאזיקער גיין, אז מיר זאלן אים נישט געפינען? נישט וועט ער דען גיין צו די, וואס זענען צעשפרייט צווישן די גריכן, און לערנען די גריכן?


און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.


די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.


און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון.


און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים.


דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;


מיר האבן דעריבער געשיקט יהודהן און סילאן, און זיי וועלן אייך ווארט ווערטלעך דערציילן דאס זעלביקע.


און יהודה און סילא, וועלכע זענען אליין אויך געווען נביאים, האבן געטרייסט די ברידער מיט פיל ווערטער, און זיי געשטארקט.


און פוילוס האט אויסדערוויילט סילאן און איז אוועקגעגאנגען, ווערנדיק איבערגעגעבן פון די ברידער צו דעם חסד פון דעם האר.


אים האט פוילוס געוואלט האבן מיט זיך ארויסצוגיין, אויף דער נסיעה, און האט גענומען און אים מל געווען צוליב די יידן, וואס האבן זיך געפונען אין יענע מקומות; ווארום אלע האבן געוואוסט, אז זיין פאטער איז געווען א גריך.


און די ברידער האבן גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן און סילאן ביינאכט קיין בערעא; און ווען זיי זענען אהינגעקומען, זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול אריין.


דעריבער האבן אויך א סך פון זיי געגלויבט, און נישט ווייניקע פון די פארנעמע גריכישע פרויען און מענער.


און דעמאלט האבן די ברידער גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן צו גיין ביז צום ים; און סילא און טימאטעוס זענען דארטן איבערגעבליבן.


דעריבער פלעגט ער רעדן מיט די יידן אין שול און מיט די יראת שמימדיקע (גריכן), און יעדן טאג אויפן מארק מיט די לייט, וועמען ער האט געטראפן.


אייניקע מענער אבער האבן זיך באהאפטן צו אים, און געגלויבט, צווישן וועלכע (עס האבן זיך) אויך (געפונען) דיאניזיוס, דער ארעאפאגיטיקער, און א פרוי, מיטן נאמען דאמאריס, און אנדערע מיט זיי.


און יעדן שבת האט ער גערעדט אין שול, און געזוכט איבערצוצייגן יידן און גריכן.


דאס דאזיקע איז אנגעגאנגען צוויי יאר לאנג, אזוי, אז אלע איינוואוינער פון (קליין) אזיען, יידן און גריכן, האבן געהערט דאס ווארט פון דעם האר.


און אלע מאמינים זענען געווען צוזאמען, און האבן אלץ געהאט געמיינזאם;


שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש.


און א טייל האבן זיך געלאזט איבערצייגן פון דעם געזאגטן, אנדערע אבער האבן נישט געגלויבט.


און ווערנדיק באפרייט, זענען זיי געקומען צו זייערע אייגענע און האבן דערציילט אלץ, וואס די הויפט כהנים און די זקנים האבן צו זיי געזאגט.


און נישט ווי מיר האבן געהאפט, נאר זיך אליין האבן זיי קודם כל געגעבן צום האר, און צו אונדז דורך ה׳ס רצון,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ