Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 17:32 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

32 און ווי זיי האבן געהערט פון תחית המתים, האבן א טייל זיך אויסגעלאכט; אנדערע אבער האבן געזאגט: מיר וועלן דיך הערן נאכאמאל וועגן דער דאזיקער זאך.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 17:32
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אלע ווי איינער האבן אנגעהויבן זיך צו אנטשולדיקן. דער ערשטער האט צו אים געזאגט: איך האב געקויפט א פעלד און בין געצוואונגען, ארויסצוגיין עס צו באזען; איך בעט דיך, זיי מיר מוחל!


און די מענער, וואס האבן אים (יהושען/ישוען) באוואכט, האבן אפגעשפאט פון אים, און אים געשלאגן.


און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.)


און אויך די זעלנער האבן אים אויסגעלאכט, צוקומענדיק צו אים, און ברענגענדיק עסיק פאר אים. (תהלים סט, כא.)


זעט, איר פאראכטער, און וואונדערט זיך און פארגייט, ווייל איך טו א ווערק אין אייערע טעג, א ווערק, וואס איר וועט נישט גלויבן, ווען עמיצער וועט עס אייך דערציילן. (חבקוק א, ה.)


און אויך אייניקע פון די עפיקורעישע און סטאישע פילאזאפן האבן זיך געפלפולט מיט אים. און אייניקע האבן געזאגט: וואס וויל דער דאזיקער פלאפלער זאגן? אנדערע אבער (האבן געזאגט): ער שיינט אויס צו זיין א מגיד פון פרעמדע ג‑טער—ווייל ער האט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען און תחית המתים.


ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.


און אזוי איז פוילוס ארויסגעגאנגען פון זייער מיט.


אנדערע אבער, אפשפאטנדיק, האבן געזאגט: זיי זענען פול מיט זיסן וויין.


און בשעת ער האט גערעדט וועגן צדקות, און נצחון איבער יצר הרע, און דעם משפט לעתיד לבוא (יום הדין), האט פעליקס זיך געפארכטן, און געענטפערט: איצט גיי דיר שוין; און ווען איך וועל האבן א באקוועמערע צייט, וועל איך דיך ווידער לאזן רופן.


נאר האבן געהאט געוויסע טענות צו אים וועגן זייער אייגענער אמונה, און וועגן א געוויסן יהושע/ישוע, וועלכער איז געשטארבן, און וואס פוילוס זאגט, אז ער לעבט.


פארוואס האלט מען עס ביי אייך פאר אומגלויבלעך, אז ה׳ וועקט אויף טויטע?


רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט;


אויב אבער פון משיח ווערט געדרשנט, אז ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, וויאזוי זאגן דאס אייניקע צווישן אייך, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים?


מיר (זענען) די נאראנים צוליב משיחן, איר אבער (זענט) חכמים אינם משיח; מיר—שוואכע, איר אבער—גיבורים; איר האט כבוד, מיר אבער (ווערן) מבזה.


ווארום ער זאגט: אין אן עת רצון האב איך דיך דערהערט, און אין א טאג פון ישועה האב איך דיר געהאלפן; (ישעיהו מט, ח.) זע, איצט איז די באוויליקטע צייט; אָט איצט איז דער טאג פון ישועה;


און אנדערע זענען אויסגעפרואווט געווארן דורך שפאט און שלעק און אויך דורך קייטן און תפיסה;


לאמיר דעריבער ארויסגיין צו אים אויסער דער מחנה און טראגן זיין חרפה.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ