30 און אויף די צייטן פון אומוויסן האט ה׳ אוועקגעקוקט, איצט אבער באפעלט ער אלע מענטשן אומעטום, תשובה צו טאן;
זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין.
טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.
פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!
און געזאגט: די צייט איז שוין דערפילט, און דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט; טוט תשובה, און גלויבט אין דער גוטער בשורה!
און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן, אז מען זאל תשובה טאן,
ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אויך אזוי אומקומען!
אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה.
און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.
און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.
וועלכער האט אין פארגאנגענע דורות געלאזט אלע פעלקער גיין אין זייערע אייגענע דרכים.
ווארום פארבייגייענדיק און זעענדיק אייערע הייליקטימער, האב איך אויך געפונען א מזבח, אויף וועלכן עס איז געווען אויפגעשריבן: צום אומבאקאנטן ג‑ט. זעט, דאס דאזיקע, וואס איר קענט נישט און דינט, זאג איך אייך אָן.
עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,
און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;
אדער ביסטו מבזה די עשירות פון זיין גוטסקייט, געדולד און צוריקגעהאלטנקייט, נישט וויסנדיק, אז די גוטסקייט פון ה׳ זאל דיך פירן צום תשובה טאן?
ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳;
וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד
ווארום די עצבות לויט ה׳ איז גורם תשובה צו ישועה, נישט צום באדויערן; די עצבות אבער פון דער וועלט איז גורם דעם טויט.
ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות;