און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)?
און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.