28 ווארום אין אים לעבן מיר און באוועגן זיך און האבן א קיום, אזויווי אויך אייניקע פון אייערע פאעטן האבן געזאגט: ווארום אן אפשטאם פון אים זענען מיר.
ער אבער איז דער ג‑ט, נישט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע; ווארום אלע לעבן פאר אים.
בן אנוש, בן שת, בן אדם, בן אלקים.
האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,
ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין;
און ער איז פאר אלעם, און אלץ האט א קיום אין אים.
איינער פון זיי, זייער אייגענער נביא, האט געזאגט: די קרעטער זענען תמיד ליגנער, חיות רעות, פוילע פרעסערס.
וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;
מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן?
ווארום דער, וואס מאכט הייליק און די, וואס ווערן געהייליקט, זענען אלע פון איינעם; צוליב וועלכער סיבה ער שעמט זיך נישט זיי צו רופן ברידער,