25 ער ווערט אויך נישט באדינט פון מענטשלעכע הענט, פונקט ווי ער וואלט עפעס געדארפט, ווארום ער גיט אלעמען לעבן און אטעם און אלץ;
כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים.
גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
און דאך האט ער זיך נישט איבערגעלאזט אָן אן עדות, מחמת ער האט געטאן גוטס, געבנדיק אייך רעגן פון הימל און פרוכטבארע צייטן, און אנגעפילט אייערע הערצער מיט שפייז און מיט שמחה.
ווארום אין אים לעבן מיר און באוועגן זיך און האבן א קיום, אזויווי אויך אייניקע פון אייערע פאעטן האבן געזאגט: ווארום אן אפשטאם פון אים זענען מיר.
אדער ווער האט אים פריער געגעבן, און עס זאל אים צוריקגעגעבן ווערן? (ישעיהו מ, יג.)
די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן;