19 און האבן אים גענומען און אוועקגעפירט צום ארעאפאגוס, און געזאגט: צי קענען מיר וויסן, וואס פאר א נייע לערנונג עס איז די דאזיקע, פון וועלכער דו רעדסט?
אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם).
און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים.
א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן.
ווארום דו ברענגסט עפעס פרעמדע זאכן צו אונדזערע אויערן; מיר ווילן דעריבער וויסן, וואס דאס זאל זיין.
און פוילוס האט זיך אנידערגעשטעלט אין דער מיט פונם ארעאפאגוס און געזאגט: מענער פון אטען, פון אלעם זע איך ווי איר זענט פול מיט רעליגיע.
אייניקע מענער אבער האבן זיך באהאפטן צו אים, און געגלויבט, צווישן וועלכע (עס האבן זיך) אויך (געפונען) דיאניזיוס, דער ארעאפאגיטיקער, און א פרוי, מיטן נאמען דאמאריס, און אנדערע מיט זיי.
און דער הויפטמאן האט אים גענומען ביי דער האנט, האט אים אוועקגעפירט אויף א זייט, און (אים) געפרעגט: וואס איז עס, וואס דו האסט מיר צו דערציילן?
און אין אייניקע טעג ארום איז פעליקס געקומען מיט זיין פרוי דרוסילא, וועלכע איז געווען א יידישקע, און געלאזט רופן פוילוסן, און אים אויסגעהערט וועגן דער אמונה (דרך ה׳) אינם משיח יהושע/ישוע.
און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: איך אליין וואלט אויך געוואלט הערן דעם מענטשן. צומארגנס, האט ער געזאגט, וועסטו אים הערן.
און אגריפא האט געזאגט צו פוילוסן: עס איז דיר דערלויבט צו רעדן פאר דיר אליין. דעמאלט האט פוילוס אויסגעשטרעקט די האנט און זיך פארטיידיקט: