15 און פוילוסנס באגלייטער האבן אים געפירט ביז אטען, און באקומענדיק א באפעל צו סילא און טימאטעוסן, אז זיי זאלן קומען צו אים ווי צום געשווינדסטן, זענען זיי אוועקגעגאנגען.
און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער.
און דעמאלט האבן די ברידער גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן צו גיין ביז צום ים; און סילא און טימאטעוס זענען דארטן איבערגעבליבן.
און בשעת פוילוס האט געווארט אויף זיי אין אטען, האט זיך זיין גייסט פארביטערט אין אים, זעענדיק ווי די שטאט איז פול מיט אפג‑טער.
און אלע אטענער און די פרעמדע, וואס האבן דארטן געוואוינט, פלעגן פארברענגען די צייט נישט מיט קיין שום אנדערס ווי אדער מיט זאגן אדער מיט הערן עפעס נייעס.
און פוילוס האט זיך אנידערגעשטעלט אין דער מיט פונם ארעאפאגוס און געזאגט: מענער פון אטען, פון אלעם זע איך ווי איר זענט פול מיט רעליגיע.
נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען פון אטען, און איז געקומען קיין קארינט.
ווי אבער סילא און טימאטעוס זענען אנגעקומען פון מאצעדאניען, האט פוילוס זיך אינגאנצן געווידמעט דעם ווארט, עדות זאגנדיק צו יידן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח.
דערפאר, נישט קענענדיק עס לענגער אויסהאלטן, האבן מיר באשלאסן צו בלייבן אליין אין אטען;
ווען איך וועל שיקן ארטעמאסן צו דיר אדער טיכיקוסן, זאלסטו דיך איילן צו קומען צו מיר קיין ניקאפאליס; ווארום איך האב באשלאסן דארטן איבערצואווינטערן.