7 אנקומענדיק אבער קיין מיסיען, האבן זיי פארזוכט צו רייזן קיין ביטיניען, און דער גייסט פון יהושען/ישוען האט זיי נישט געלאזט;
און זע, איך שיק אויף אייך די הבטחה פון מיין פאטער; איר אבער בלייבט אין דער שטאט, ביז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פון אויבן.
זענען זיי, פארבייגייענדיק מיסיען, אראפגעקומען קיין טראאס.
און דער גייסט האט געזאגט צו פיליפוסן: גיי צו, און באהעפט דיך צו דעם דאזיקן רייטוואגן.
אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים.
און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער!
ווארום איך ווייס, אז דאס דאזיקע וועט אויספאלן צו מיין ישועה, דורך אייער מתפלל זיין און דורך דער הילף פון יהושע/ישוע המשיחס גייסט,
פעטרוס, א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די אויסדערוויילטע תושבים אין די תפוצות פון פאנטוס, גאלאטיען, קאפאדאציען, אזיען (קליין) און ביטיניען,
חוקר זייענדיק אויף וועלכער אדער וואס פאר א צייט משיחס גייסט אין זיי האט אנגעוויזן, בשעת ער האט פארויס עדות געזאגט פון די ליידן (וואס האבן געזאלט קומען) אויף משיחן און די הערלעכקייטן נאך דעם.