Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 16:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 און זיי האבן געזאגט: גלויב אין דעם האר יהושע/ישוע, און דו וועסט געראטעוועט ווערן און (אויך) דיין הויזגעזינד.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 16:31
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן.


וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען:


און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.


דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.


ווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


באמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן.


ניין, נאר דורך דעם חסד פון דעם האר יהושע/ישוע גלויבן מיר דערלייזט צו ווערן אויף דעם זעלביקן אופן ווי יענע.


און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן.


און האבן גערעדט צו אים ה׳ס ווארט און צו אלעמען אין זיין הויז.


קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה.


און עס איז נישט פאראן קיין ישועה אין קיין אנדערן; ווארום עס איז נישטא אונטערן הימל קיין אנדערער נאמען, וואס איז געגעבן געווארן צווישן מענטשן, דורך וועלכן מיר זאלן געראטעוועט ווערן.


און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה?


און אויב די תרומת העיסה איז הייליק, אזוי איז דאס גאנצע טייג אויך הייליק; און אויב דער ווארצל איז הייליק, אזוי זענען די צווייגן אויך הייליק.


כדי די ברכה פון אברהמען זאל קומען צו די פעלקער אין יהושע/ישוע המשיחן; כדי מיר זאלן באקומען די הבטחה פון דעם גייסט דורך דער אמונה.


דער פסוק האט אבער אלעמען איינגעשלאסן אונטער דער זינד, כדי די הבטחה דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן זאל געגעבן ווערן צו די, וועלכע גלויבן. (תהלים יד, א-ג.)


ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ