און ביי אים געבעטן בריוו צו די שולן אין דמשק, כדי ווען ער וועט געפינען אייניקע, וואס האלטן זיך ביי דעם דרך (ה׳), סאי מענער סאי פרויען, זאל ער זיי ברענגען אין קייטן קיין ירושלים.
איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען.
האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.