Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 16:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 און זעענדיק, אז די האפענונג פון זייער פארדינסט איז פארשווונדן, האבן אירע בעלי בתים געכאפט פוילוסן און סילאן, און זיי געשלעפט אין מארק אריין צו די מושלים,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 16:19
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען.


איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.


עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט.


און ווי עס איז געמאכט געווארן א פיינטלעכער פארזוך מצד די אומות (העולם) און די יידן, מיט זייערע ראשים, זיי צו טאן שלעכטס און צו שטייניקן,


דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;


מענטשן, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


און פוילוס האט אויסדערוויילט סילאן און איז אוועקגעגאנגען, ווערנדיק איבערגעגעבן פון די ברידער צו דעם חסד פון דעם האר.


און עס איז געשען, בשעת מיר זענען געגאנגען צום בית התפילה, אז א דינסטמיידל, וואס האט געהאט א גייסט פון נחוש (כישוף) פון ווארזאגער, האט אונדז באגעגענט; וואס פלעגט אריינגעברענגען אירע בעלי בתים א סך פארדינסט פון איר ווארזאגן.


און ברענגענדיק זיי צו די פרעטארן, האבן זיי געזאגט: די דאזיקע מענטשן, וואס זענען יידן, שטערן די רו פון אונדזער שטאט,


ארום האלבער נאכט אבער בעת פוילוס און סילא האבן תפילה געטאן און געזונגען צו ה׳, און די געפאנגענע האבן זיך צוגעהערט צו זיי,


און ער האט פארלאנגט א ליכט, איז אריינגעשפרונגען, און ציטערנדיק איז ער אנידערגעפאלן פאר פוילוסן און סילאן,


און ווי זיי האבן זיי נישט געפונען, האבן זיי ארויסגעשלעפט יאזאנען און אייניקע ברידער צו די מנהיגים פון דער שטאט, שרייענדיק: די דאזיקע לייט, וועלכע האבן אויפגעברויזט די וועלט, זענען אויך אהערגעקומען;


און די גאנצע שטאט האט זיך באוועגט, און עס איז געווארן א צוזאמענגעלויף פון פאלק; און זיי האבן געכאפט פוילוסן און אים ארויסגעשלעפט אויסער דעם בית המקדש; און גלייך האבן זיך די טירן געשלאסן.


שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.


ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען.


אין שלעק, אין תפיסות, אין מהומות, אין ארבעט, אין נאכט וואכן, אין תעניתים,


האבנדיק דעם זעלביקן ראנגלעניש, וועלכן איר האט געזען אין מיר, און איצט הערט איר איז אין מיר.


נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.


ווארום דער שורש פון אלעם שלעכטן איז די ליבע צו געלט; וואס אייניקע האבן געגלוסט און זענען פארפירט געווארן פון דער אמונה און האבן זיך אליין געקוועלט מיט א סך יסורים.


איר אבער האט פארשעמט דעם ארעמאן. די רייכע לייט, צי דריקן זיי דען אייך נישט אונטער, און זיי אליין, צי שלעפן זיי אייך דען נישט צום בית דין?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ