און ווי זיי זענען געגאנגען איבער די שטעט, האבן זיי איבערגעגעבן צו זיי אפצוהיטן די חוקים, וואס זענען באשלאסן געווארן פון די שליחים און זקנים אין ירושלים.
ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש,
ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכענענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן.