Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 15:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 15:3
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


און ווי די אומות (העולם) האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט און ערלעך געהאלטן דאס ווארט פון דעם האר; און וויפל עס זענען געווען באשטימט צום אייביקן לעבן אזויפיל האבן געגלויבט.


און די תלמידים זענען געווארן פול מיט פרייד און מיט דעם רוח הקודש.


און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.


און אייניקע זענען אראפגעקומען פון (דעם לאנד) יהודה און האבן געלערנט די ברידער (אזוי צו זאגן): אויב איר וועט זיך נישט לאזן מל זיין כדת משה, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.


און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי.


דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;


און יהודה און סילא, וועלכע זענען אליין אויך געווען נביאים, האבן געטרייסט די ברידער מיט פיל ווערטער, און זיי געשטארקט.


אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן.


און פוילוסנס באגלייטער האבן אים געפירט ביז אטען, און באקומענדיק א באפעל צו סילא און טימאטעוסן, אז זיי זאלן קומען צו אים ווי צום געשווינדסטן, זענען זיי אוועקגעגאנגען.


זייענדיק שמערצלעך באטריבט, אם מערסטן איבער דעם ווארט, וואס ער האט געזאגט, אז זיי וועלן מער נישט זען זיין פנים—און האבן אים באגלייט צו דער שיף.


און ווען מיר האבן געהאט געענדיקט די טעג, זענען מיר ארויסגעגאנגען און אוועקגעפארן; און אלע האבן אונדז באגלייט מיט די פרויען און קינדער ביז אויסער דער שטאט; און מיר האבן געקניט אויפן ים ברעג און תפילה געטאן;


און פון דארטן זענען די ברידער, הערנדיק וועגן אונדז, אונדז אקייגנגעקומען ביז צום אפיוס פארום און טרעסטאבערנע; זעענדיק זיי, האט פוילוס אפגעגעבן א שבח צו ה׳ און זיך געשטארקט.


און ווען די שליחים אין ירושלים האבן געהערט, אז שומרון האט אנגענומען ה׳ס ווארט, האבן זיי געשיקט צו זיי פעטרוסן און יוחנן;


וועל איך צו אייך קומען, ווען איך וועל זיין אויפן וועג קיין שפאניען. ווארום איך האף אייך צו זען אויף דער דורכרייזע, און פון אייך געשיקט צו ווערן דארטן אהין, ווען איך וועל מיך צום ערשט אביסל זעטיקן פון אייך.


דעריבער זאל אים קיינער נישט מבזה זיין. נאר איר זאלט אים אוועקשיקן בשלום, כדי ער זאל קומען צו מיר; ווארום איך ווארט אויף אים מיט די ברידער.


ביי אייך אבער וועל איך אפשר איבערבלייבן, אדער אפילו איבערווינטערן, כדי איר זאלט מיך ארויסבאגלייטן, וואו איך זאל נאר רייזן.


און דורך אייך צו גיין קיין מאצעדאניען, און ווידער פון מאצעדאניען צו קומען צו אייך, און פון אייך באגלייט צו ווערן צו דעם (לאנד) יהודה.


זענאסן, דעם בעל תורה, און אפאלאסן שיק געשווינט פארויס, כדי עס זאל זיי גארנישט פעלן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ