24 אזוי ווי מיר האבן געהערט, אז אייניקע פון אונדז האבן אייך באאומרואיקט מיט ווערטער, וואס פארשאפן אייך עגמת נפש; וועמען מיר האבן עס נישט באפוילן,
און אייניקע זענען אראפגעקומען פון (דעם לאנד) יהודה און האבן געלערנט די ברידער (אזוי צו זאגן): אויב איר וועט זיך נישט לאזן מל זיין כדת משה, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.
וואס איז נישט קיין אנדערע, אחוץ וואס עס געפינען זיך אייניקע (לייט), וואס באאומרואיקן אייך און ווילן פארדרייען די גוטע בשורה פון דעם משיח.
איך בין בטוח וועגן אייך אין דעם האר, אז איר וועט גארנישט אנדערש דענקען; דער אבער, וואס באטריבט אייך, וועט טראגן זיין משפט, ווער עס זאל נישט זיין.
הלוואי זאלן די, וואס פארפירן אייך, זיך (אינגאנצן) מסרס זיין.
איר האט זיך אפגעריסן פונם משיח, איר, וועלכע ווילן גערעכטפערטיקט ווערן דורך דער מצוות זכות; איר זענט אפגעפאלן פון דעם חסד.
דאס ברענג אלע צום זכרון, באשווערנדיק זיי פאר ה׳, זיך נישט צו צאנקען איבער ווערטער, וואס נוצט צו גארנישט, (בלויז) צום פארדארבן די צוהערער.
פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.