Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 15:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 שרייבנדיק דורך זייער האנט: די שליחים און די זקנים און ברידער צו די ברידער, וועלכע זענען פון די אומות העולם, און געפינען זיך אין אנטיאכיען און סיריען און קיליקיען, שלום!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 15:23
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;


און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.


עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע.


און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.


און אייניקע זענען אראפגעקומען פון (דעם לאנד) יהודה און האבן געלערנט די ברידער (אזוי צו זאגן): אויב איר וועט זיך נישט לאזן מל זיין כדת משה, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.


און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה.


דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;


אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן.


און איז דורכגעגאנגען סיריען און קיליקיען און האט געשטארקט די קהלות.


און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר.


און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות.


און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט.


קלוידיוס ליזיאס צום חשובסטן גובערנאטאר פעליקס, שלום.


עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,


נאך דעם בין איך אוועק אין די געגנטן פון סיריען און קיליקיען.


יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!


אויב איינער קומט צו אייך און ברענגט נישט די דאזיקע לערנונג, זאלט איר אים נישט אויפנעמען אין הויז אריין, און נישט אפגעבן קיין שלום;


עס געבן דיר אפ שלום די קינדער פון דיין שוועסטער, דער אויסדערוויילטער.


חסד, רחמים, שלום, זאל זיין מיט אונדז, פון ג‑ט דעם פאטער, און פון יהושע/ישוע המשיחן דעם זון פון דעם פאטער, אין ווארהאפטיקייט און אין ליבע.


איך האף אבער דיך צו זען אין גיכן, און (דעמאלט) וועלן מיר רעדן מויל צו מויל.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ