Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 15:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 נאר צו שרייבן צו זיי, זיך אפצוהאלטן פון טומאה פון די אפג-טער, און פון זנות, און פון (דעם פלייש פון א בהמה) וואס איז דערווארגן געווארן, און פון בלוט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 15:20
47 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זיך אפצוהאלטן פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און (פון פלייש פון בהמות) דערווארגענע און פון זנות, פון וועלכע אויב איר וועט זיך אפהיטן, וועט אייך גיין גוט. שלום צו אייך.


און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות.


איצט אבער האב איך אייך געשריבן, אז איר זאלט זיך נישט מישן, ווען עמיצער, וועלכער רופט זיך ברודער, איז א נואף, אדער א געלטגייציקער, אדער א געצנדינער, אדער א לעסטערער, אדער א שכור, אדער א גזלן; מיט אזעלכן זאלט איר אפילו נישט עסן צוזאמען.


מאכלים פארן בויך, און דער בויך פאר די מאכלים (ציטירן ניטציטירן); ה׳ וועט אבער דאס און יענע פארניכטן. דער גוף איז נישט פאר זנות, נאר פאר דעם האר; און דער האר פאר דעם גוף;


אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף.


אדער ווייסט איר נישט, אז רשעים וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳? באטריגט זיך נישט אליין: נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בעלי תאוות, נישט קיין מענטשנשענדער,


נאר צוליב זנות זאל יעדער (מאן) האבן זיין אייגן ווייב, און יעדע פרוי איר אייגענעם מאן.


און וואס שייך קרבנות צו אפג‑טער: ווייסן מיר, אז מיר אלע האבן דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן). די דערקענטעניש בלאזט אויף, די ליבע אבער בויט אויף.


טאמער, ווען איך וועל קומען, וועט מיין ג‑ט מיך דערנידעריקן פאר אייך, און איך וועל טרויערן איבער א סך, וועלכע האבן שוין פריער געהאט געזינדיקט און נישט תשובה געטאן אויף זייער טומאה און זנות און צעלאזנקייט, וואס זיי האבן געטריבן.


באשיימפערלעך, (קלאר) אבער זענען די מעשים פון דעם פלייש, וועלכע זענען זנות, טומאה, אויסגעלאסנקייט,


זנות אבער און יעדע טומאה אדער גייציקייט זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן ביים נאמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאר הייליקע;


טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;


ווארום דאס דאזיקע איז ה׳ס רצון, אייער הייליקונג, אז איר זאלט זיך אפהאלטן פון זנות;


אז עס זאל נישט זיין קיין נואף אדער חלל, ווי עשיו, וואס האט פאר אן איין איינציקע שפייז אוועקגעגעבן זיין בכורה.


די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.


ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות;


און אין זיין האנט האט ער געהאט א קליין אפן ספר; און האט געשטעלט זיין רעכטן פוס אויפן ים, און דעם לינקן אויף דער יבשה;


און דאס קול, וואס איך האב געהערט פון הימל, האט ווידער גערעדט מיט מיר, און געזאגט: גיי, נעם דאס אפענע ספר פון דער האנט פון דעם מלאך, וועלכער שטייט אויפן ים און אויף דער יבשה.


נאר איך האב אייניקע זאכן קעגן דיר: אז דו האסט דארטן די, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון בלעם, וועלכער האט געלערנט בלקן צו ווארפן א מיכשול פאר די בני ישראל, צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער און מזנה צו זיין.


נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו טאלערירסט די אשה איזבל, וועלכע רופט זיך נביאה; און לערנט און פארפירט מיינע קנעכט מזנה צו זיין און צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער.


און די איבריקע מענטשן, וועלכע זענען נישט אומגעקומען אין די דאזיקע מגפות, האבן נישט תשובה געטאן פון די מעשים פון זייערע הענט, אז זיי זאלן זיך נישט בוקן צו טייוולאנים, און אפג‑טער פון גאלד און זילבער און קופער און שטיין און האלץ, וואס קענען נישט זען, נישט הערן, נישט ארומגיין;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ