Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 15:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 15:2
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט האט פעטרוס זיי אריינגערופן און אויפגענומען גאסטפריינדלעך. און צומארגנס איז ער אויפגעשטאנען און איז אוועק מיט זיי, און אייניקע פון די ברידער אין יפו זענען מיטגעגאנגען מיט אים.


און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז;


דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.


איז עס אונדז וואוילגעפעלן, האבנדיק געקומען צו א הסכם, צו שיקן צו אייך אויסדערוויילטע מענער צוזאמען מיט אונדזערע געליבטע בר‑נבא און פוילוס,


מיר האבן דעריבער געשיקט יהודהן און סילאן, און זיי וועלן אייך ווארט ווערטלעך דערציילן דאס זעלביקע.


אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן.


און ווי זיי זענען געגאנגען איבער די שטעט, האבן זיי איבערגעגעבן צו זיי אפצוהיטן די חוקים, וואס זענען באשלאסן געווארן פון די שליחים און זקנים אין ירושלים.


און דעם נעכסטן טאג איז פוילוס מיט אונדז אריינגעגאנגען צו יעקבן, און אלע זקנים זענען אהינגעקומען.


פוילוס, בארופן צו זיין א שליח פון יהושע/ישוע המשיח, דורך ה׳ס רצון, און סאסטענעס, דער ברודער,


ווארום איך מיין, אז איך בין גארנישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים.


צו וועמען מיר האבן אפילו אויף קיין איין שעה נישט נאכגעגעבן מיט הכנעה; כדי דער אמת פון דער גוטער בשורה זאל פארבלייבן ביי אייך.


געליבטע, בשעת איך האב מיך זייער געפלייסט, צו שרייבן צו אייך וועגן אונדזער געמיינזאמער ישועה, האב איך מיך געפילט געדרונגען צו שרייבן צו אייך, מזהיר זייענדיק, אז איר זאלט ראנגלט זיך פאר דער אמונה, וואס איז איינמאל פאר אלעמאל איבערגעגעבן געווארן צו די קדושים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ