און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים.
און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות.
נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה.