און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.
די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.
ווען אבער אייניקע האבן הארט געמאכט זייערע הערצער און נישט געגלויבט, רעדנדיק שלעכטס לגבי דעם דרך (ה׳) פאר דעם עולם, איז ער אוועק פון זיי, און האט אפגעשיידט די תלמידים, און טאג טעגלעך גערעדט אין דער בית המדרש ישיבה פון א געוויסן טיראנוס.
ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן),