האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.
געליבטע, בשעת איך האב מיך זייער געפלייסט, צו שרייבן צו אייך וועגן אונדזער געמיינזאמער ישועה, האב איך מיך געפילט געדרונגען צו שרייבן צו אייך, מזהיר זייענדיק, אז איר זאלט ראנגלט זיך פאר דער אמונה, וואס איז איינמאל פאר אלעמאל איבערגעגעבן געווארן צו די קדושים.
איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען.
האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.
און איך האב געזאגט צו אים: מיין האר, דו ווייסט עס. און ער האט מיר געזאגט: די דאזיקע זענען עס, וועלכע זענען געקומען פון דער גרויסער צרה, און האבן געוואשן זייערע קליידער און זיי ווייס געמאכט אין דעם בלוט פון דעם לעמעלע.