Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 14:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 14:19
26 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זיי אבער זענען ווייטער געגאנגען פון פערגא, און זענען געקומען קיין אנטיאכיען אין (לאנד) פיסידיען; און שבת זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער שול און האבן זיך אנידערגעזעצט.


און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.


און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון.


און דאס זאגנדיק, האבן זיי קוים איינגעהאלטן די מאסן מענטשן, נישט מקריב צו זיין צו זיי.


די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער.


און האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה אין יענער שטאט, און געוואונען אן אנגעזענע צאל תלמידים, און זיך אומגעקערט קיין ליסטרא און קיין איקאניען און קיין אנטיאכיען,


און פון דארטן זיך אוועקגעשיפט קיין אנטיאכיען, פונוואנען זיי זענען איבערגעגעבן געווארן צו ה׳ס חסד צו (טאן) די ארבעט, וואס זיי האבן דערפילט.


און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים.


און ווי עס איז געמאכט געווארן א פיינטלעכער פארזוך מצד די אומות (העולם) און די יידן, מיט זייערע ראשים, זיי צו טאן שלעכטס און צו שטייניקן,


מענטשן, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


נאר ווי די יידן פון טעסאלאניקא האבן זיך דערוואוסט, אז אויך אין בערעא איז ה׳ס ווארט אנגעזאגט געווארן פון פוילוסן, זענען זיי אויך אהינגעקומען, אויפרעגנדיק און אויפהעצנדיק די מאסן.


און בשעת דאס בלוט פון דיין עדות סטעפאנוס איז פארגאסן געווארן, בין איך אליין געשטאנען דערביי מסכים זייענדיק (דערצו), און אכטונג געבנדיק אויף די מלבושים פון די, וואס האבן אים געהרגעט.


און אים ארויסגעשטויסן אויסער דער שטאט און געשטייניקט; און די עדות האבן אוועקגעלייגט זייערע מלבושים ביי די פיס פון א יונגנמאן, וואס האט געהייסן שאול.


ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען.


איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.


זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות.


דריי מאל האט מען מיך געשמיסן מיט ריטער, איינמאל בין איך געשטייניקט געווארן, דריי מאל האב איך געליטן שיפבראך, א טאג מיט א נאכט האב איך פארברענגט אין דער טיפעניש (פון ים);


א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער;


ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן),


מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ