Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 14:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 14:1
33 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא‑פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער.


און עס זענען געווען אייניקע גריכן צווישן די, וואס האבן עולה רגל געווען, כדי זיך צו בוקן דעם יום טוב;


די יידן האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואו וועט דאס דער דאזיקער גיין, אז מיר זאלן אים נישט געפינען? נישט וועט ער דען גיין צו די, וואס זענען צעשפרייט צווישן די גריכן, און לערנען די גריכן?


און די האנט פון דעם האר איז געווען מיט זיי, און א גרויסע צאל האבן געגלויבט און זיך געקערט צום האר.


און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.


און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).


און ווען זיי זענען אנגעקומען קיין סאלאמיס, האבן זיי אנגעזאגט ה׳ס ווארט אין די יידישע שולן; און האבן אויך געהאט יוחנן אלס משרת.


און זיי האבן אפגעשאקלט דעם שטויב פון זייערע פיס קעגן זיי, און זענען אוועק קיין איקאניען.


עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט.


די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער.


און האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה אין יענער שטאט, און געוואונען אן אנגעזענע צאל תלמידים, און זיך אומגעקערט קיין ליסטרא און קיין איקאניען און קיין אנטיאכיען,


און ער איז געקומען אויך קיין דערבע און ליסטרא, און זע, דארטן איז געווען א געוויסער תלמיד, מיטן נאמען טימאטעוס, א זון פון א יידישער גלויביק געווארענער פרוי, זיין פאטער אבער איז געווען א גריך;


און ער האט געהאט א גוטן שם ביי די ברידער אין ליסטרא און איקאניען.


דעריבער האבן אויך א סך פון זיי געגלויבט, און נישט ווייניקע פון די פארנעמע גריכישע פרויען און מענער.


דעריבער פלעגט ער רעדן מיט די יידן אין שול און מיט די יראת שמימדיקע (גריכן), און יעדן טאג אויפן מארק מיט די לייט, וועמען ער האט געטראפן.


און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע.


און יעדן שבת האט ער גערעדט אין שול, און געזוכט איבערצוצייגן יידן און גריכן.


קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה.


דאס דאזיקע איז אנגעגאנגען צוויי יאר לאנג, אזוי, אז אלע איינוואוינער פון (קליין) אזיען, יידן און גריכן, האבן געהערט דאס ווארט פון דעם האר.


און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע יידן און גריכן, וועלכע האבן געוואוינט אין עפעזוס; און א מורא איז געפאלן אויף זיי אלע, און דעם האר ישועס נאמען איז דערהייבט געווארן.


און ער איז אריינגעגאנגען אין שול, און האט גערעדט מיט דרייסטקייט במשך פון דריי חדשים, האלטנדיק וויכוחים און איבערצייגנדיק בנוגע דעם מלכות פון ה׳.


לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.


עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש.


און האט גלייך אויסגערופן אין די שולן, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער.


ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך.


ווארום עס איז נישטא קיין חילוק צווישן ייד און גריך, ווייל דער זעלביקער האר פון אלע איז רייך צו אלע, וואס רופן צו אים;


דאך אפילו טיטוסן, וועלכער איז געווען מיט מיר, הגם א גריך, האט מען נישט געצוואונגען זיך צו לאזן מל זיין;


עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.


וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.


מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ