9 שאול אבער, וועלכער הייסט אויך פוילוס, אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש, האט שארף געקוקט אויף אים,
מחמת עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, וואס איר זאלט רעדן; מחמת נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער גייסט פון אייער פאטער איז עס, וואס רעדט דורך אייך.
און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.
נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס.
ער אבער האט אויף זיי געקוקט, און געזאגט; וואס דען איז דאס דאזיקע, וואס שטייט געשריבן; א שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל? (תהלים קיח, כב.)
און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.
און בעת זיי האבן תפילה געטאן, האט דאס ארט געציטערט, אין וועלכן זיי זענען געווען פארזאמלט; און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, און האבן גערעדט דאס ווארט פון ה׳ מיט דרייסטקייט.
דעמאלט איז פעטרוס פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט געזאגט צו זיי: איר שרים פונם פאלק און זקנים פון ישראל,
און ער, זייענדיק פול מיט דעם רוח הקודש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געזען דעם כבוד פון ה׳, און יהושען/ישוען שטיין אויף ה׳ס רעכטער זייט,