Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 13:50 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

50 די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 13:50
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.


איז געקומען יוסף הרמתי, אן אנגעזעענער יועץ, וואס האט אליין אויך געהאפט אויף ה׳ס קעניגרייך, און האט זיך אונטערגעשטעלט אריינצוגיין צו פילאטוסן, און געבעטן ישועס גוף.


און זיי האבן אנגעהויבן אים צו בעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייערע גרענעצן.


און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.


און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.


עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט.


די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער.


און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים.


און ווי עס איז געמאכט געווארן א פיינטלעכער פארזוך מצד די אומות (העולם) און די יידן, מיט זייערע ראשים, זיי צו טאן שלעכטס און צו שטייניקן,


און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן.


דעריבער האבן אויך א סך פון זיי געגלויבט, און נישט ווייניקע פון די פארנעמע גריכישע פרויען און מענער.


נאר ווי די יידן פון טעסאלאניקא האבן זיך דערוואוסט, אז אויך אין בערעא איז ה׳ס ווארט אנגעזאגט געווארן פון פוילוסן, זענען זיי אויך אהינגעקומען, אויפרעגנדיק און אויפהעצנדיק די מאסן.


דעריבער פלעגט ער רעדן מיט די יידן אין שול און מיט די יראת שמימדיקע (גריכן), און יעדן טאג אויפן מארק מיט די לייט, וועמען ער האט געטראפן.


און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע.


און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז פון א געוויסן (מאן), מיטן נאמען טיציוס יוסטוס, א יראת שמימדיקער (גר), וועמעס הויז איז געווען ביי דער שול.


און אין ירושלים האבן געוואוינט יידן, יראישמים, פון אלע פעלקער אונטערן הימל.


און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים,


און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האט ער צונויפגערופן די, וועלכע זענען געווען די חשובסטע צווישן די יידן; און ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האט ער צו זיי געזאגט: ברידער, הגם איך האב גארנישט געטאן קעגן אונדזער פאלק אדער די מנהגים פון אונדזערע אבות, בין איך דאך איבערגעגעבן געווארן ווי א געפאנגענער פון ירושלים צו די רוימער אין די הענט אריין,


און האבן אויפגעהעצט דאס פאלק און די זקנים און די סופרים, און זענען אויפגעשטאנען און אים גענומען מיט געוואלד, און אוועקגעפירט צום סנהדרין,


און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.


ווארום איך זאג זיי עדות, אז זיי האבן א קנאות פאר ה׳, אבער נישט לויט דערקענטעניש.


א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער;


ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן),


מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ