5 און ווען זיי זענען אנגעקומען קיין סאלאמיס, האבן זיי אנגעזאגט ה׳ס ווארט אין די יידישע שולן; און האבן אויך געהאט יוחנן אלס משרת.
אזוי זאל עס נישט זיין צווישן אייך, נאר ווער צווישן אייך עס וועט וועלן זיין גרויס, דער זאל זיין אייער משרת;
און ער האט זיך מישב געווען, און איז אוועק צום הויז פון מרים, די מוטער פון יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס, וואו א סך זענען געווען פארזאמלט און האבן תפילה געטאן.
און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
זיי אבער זענען ווייטער געגאנגען פון פערגא, און זענען געקומען קיין אנטיאכיען אין (לאנד) פיסידיען; און שבת זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער שול און האבן זיך אנידערגעזעצט.
און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).
און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון.
בר‑נבא אבער האט געוואלט מיטנעמען אויך דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
דעריבער פלעגט ער רעדן מיט די יידן אין שול און מיט די יראת שמימדיקע (גריכן), און יעדן טאג אויפן מארק מיט די לייט, וועמען ער האט געטראפן.
און יעדן שבת האט ער גערעדט אין שול, און געזוכט איבערצוצייגן יידן און גריכן.
און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען.
און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה.
און ער איז אריינגעגאנגען אין שול, און האט גערעדט מיט דרייסטקייט במשך פון דריי חדשים, האלטנדיק וויכוחים און איבערצייגנדיק בנוגע דעם מלכות פון ה׳.
און האט גלייך אויסגערופן אין די שולן, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער.
עס גיט אייך אפ שלום אריסטארכוס דער מיטגעפאנגענער מיינער, און מארקוס בר‑נבאס שוועסטערן‑זון (וועגן וועמען איר האט באקומען באפעלן; אויב ער וועט קומען צו אייך, זאלט איר אים אויפנעמען),
לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה.