49 און דאס ווארט פון דעם האר האט זיך פאנאנדערגעטראגן איבערן גאנצן לאנד.
זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד.
ה׳ס ווארט אבער איז געוואקסן און זיך פארמערט.
און דעמאלט, ווי דער פראקאנסול האט געזען וואס איז פארגעקומען, האט ער געגלויבט, שטוינענדיק איבער דער לערנונג פון דעם האר.
דאס דאזיקע איז אנגעגאנגען צוויי יאר לאנג, אזוי, אז אלע איינוואוינער פון (קליין) אזיען, יידן און גריכן, האבן געהערט דאס ווארט פון דעם האר.
און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט;
און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.
און דאס איז באקאנט געווארן איבער גאנץ יפו, און א סך האבן געגלויבט אין דעם האר.