די שליחים געשיכטע 13:45 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
45 און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.
די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.
ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם.
ווען אבער אייניקע האבן הארט געמאכט זייערע הערצער און נישט געגלויבט, רעדנדיק שלעכטס לגבי דעם דרך (ה׳) פאר דעם עולם, איז ער אוועק פון זיי, און האט אפגעשיידט די תלמידים, און טאג טעגלעך גערעדט אין דער בית המדרש ישיבה פון א געוויסן טיראנוס.
א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער;
קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.
זיי פארווערן אונדז צו רעדן צו די אומות (העולם), אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן, כדי תמיד אנצופילן זייערע זינד; דער צארן אבער איז געקומען אויף זיי ביז צום סוף.
מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.