4 און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין.
און די, וועלכע זענען צעשפרייט געווארן צוליב דער רדיפה, וואס איז געשען איבער סטעפאנוסן, זענען אוועק ביז פעניציען און קפריסין און אנטיאכיען, נישט רעדנדיק דאס ווארט צו קיינעם אחוץ בלויז צו יידן.
און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן.
דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.
און אין אייניקע טעג ארום האט פוילוס געזאגט צו בר‑נבאן: לאמיר זיך אומקערן און באזוכן די ברידער אין אלע שטעט, אין וועלכע מיר האבן אנגעזאגט דאס ווארט פון דעם האר, (און זען) ווי עס דערגייט זיי.
אחוץ דעם, וואס דער רוח הקודש איז מעיד צו מיר אין יעדער שטאט, אזוי צו זאגן, אז עס ווארטן אויף מיר קייטן און צרות.
און פון דארטן זענען מיר אוועק און זיך פארבייגעשיפט (די אינדזל) קפריסין, צוליב דעם, וואס די ווינטן זענען געווען קעגן אונדז.
און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין,