Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 13:38 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

38 דעריבער זאלט איר וויסן זיין, ברידער, אז דורך דעם דאזיקן ווערט אייך אנגעזאגט די פארגעבונג פון זינד;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 13:38
29 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד.


און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.


צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.)


אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד.


אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


דעריבער זייט וויסן, אז די דאזיקע ישועה פון ה׳ ווערט געשיקט צו די אומות העולם; און זיי וועלן (זי) הערן.


זאלט איר אלע וויסן און דאס גאנצע פאלק ישראל, אז אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, דורך דעם דאזיקן שטייט דער מאן געזונט פאר אייך.


אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים.


אין וועמען מיר האבן די ישועה דורך זיין בלוט, די פארגעבונג פון (אונדזערע) זינד, לויט דער עשירות פון זיין חסד,


ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.


אין וועמען מיר האבן די ישועה, די פארגעבונג פון אונדזערע זינד;


אבער איצט האט ער דערגרייכט א בעסערע עבודה אויף אזויפיל, אויף וויפל אויך דער ברית, פון וועלכן ער איז דער פארמיטלער, איז גרעסער, וועלכער איז פעסטגעזעצט אויף גרעסערע הבטחות.


און לויט דער תורה ווערט כמעט אלץ גערייניקט מיט בלוט; און אָן בלוט פארגיסונג גיבט נישט קיין פארגעבונג.


איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ