36 ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג;
און דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, איז געגאנגען און האט געהאנדלט מיט זיי, און פארדינט אנדערע פינף.
זאגט יהושע/ישוע: נעמט אוועק דעם שטיין. זאגט מרתא, די שוועסטער פון דעם בר מינה, צו אים: האר, ער שטינקט שוין, ווארום ער ליגט שוין פיר טעג.
און ווען ער האט אים אראפגעזעצט, האט ער זיי אויפגעשטעלט דודן פאר א מלך, וועגן וועמען ער האט עדות געזאגט: איך האב געפונען דודן, דעם בן ישי, א מאן נאך מיין הארץ, וועלכער וועט טאן יעדן רצון מיינעם.
ברידער, לאזט מיך רעדן צו אייך מיט דרייסטקייט וועגן דעם שטאמפאטער דוד, אז ער איז נפטר געווארן און מען האט אים באגראבן, און זיין קבר איז ביי אונדז ביז צום היינטיקן טאג.
ווארום איך האב מיך נישט צוריקגעהאלטן, אייך נישט אנצוזאגן דעם גאנצן ראט ווילן פון ה׳.
און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.
און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.
אין דעם פאל זענען אפילו די איינגעשלאפענע אין דעם משיח פארלוירן געווארן.
דערנאך האט ער זיך באוויזן צו מער ווי פינף הונדערט ברידער אויף איינמאל, דאס רוב פון וועלכע לעבט נאך ביז איצט, אייניקע אבער זענען שוין איינגעשלאפן;
און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג.