32 און מיר זאגן אייך אָן די גוטע בשורה, אז די הבטחה, וואס איז געגעבן געווארן צו די אבות,
און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן.
און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק;
דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—
פון דעם דאזיקנס זאמען, לויט א הבטחה, האט ה׳ געברענגט צו ישראל א גואל—יהושע/ישוע (ישעיהו יא, א; זכריה ו, יא-יב; עזרא ג, ב.),
דעריבער זאלט איר וויסן זיין, ברידער, אז דורך דעם דאזיקן ווערט אייך אנגעזאגט די פארגעבונג פון זינד;
מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי;
און איצט שטיי איך געמשפט צו ווערן צוליב דער האפענונג פון דער הבטחה, וועלכע ה׳ האט געמאכט צו אונדזערע אבות,
דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,
און יעדן טאג, סאי אין בית המקדש סאי פון הויז צו הויז, האבן זיי נישט אויפגעהערט צו לערנען און אנצוזאגן די בשורה פון דעם משיח יהושע/ישוע.
וועלכע ער האט פון פריער צוגעזאגט דורך זיינע נביאים אין די כתבי הקודש,
און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.)
ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשענען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה.
וועלכע זענען בני ישראל, וועמען עס געהערן דאס אדאפטירונג, און דער כבוד און די בונדן און מתן תורה און די עבודה און די הבטחות;