30 ה׳ אבער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע;
ער איז דא נישטא; מחמת ער איז אויפגעשטאנען, לויט ווי ער האט געזאגט. קומט אהער, און זעט דאס ארט, וואו דער האר איז געלעגן.
דערפאר האט דער פאטער מיך ליב, ווייל איך לייג אנידער מיין לעבן, כדי איך זאל עס ווידער נעמען.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: צעשטערט דעם דאזיקן היכל, און אין דריי טעג וועל איך אים אויפשטעלן.
דעם דאזיקן האט ה׳ אויפגעוועקט דעם דריטן טאג, און אים געגעבן אנטפלעקט צו ווערן,
די דאזיקע (הבטחה) האט ה׳ מקיים געווען צו אונדז, זייערע קינדער, דערמיט וואס ער האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, ווי עס שטייט אויך געשריבן אין דעם צווייטן (קאפיטל) תהלים: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן.
און אז ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, כדי ער זאל זיך מער נישט אומקערן צו פארדארבונג, האט ער אזוי געזאגט: איך וועל אייך געבן די הייליקע און באגלויבטע חסדים פון דוד. (ישעיהו נה, ג.)
ער אבער, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט, האט נישט געזען קיין פארדארבונג.
ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.
אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.
דעם דאזיקן יהושע/ישוע האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות.
דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען.
און האט געטייט דעם שר החיים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, פון וואס מיר זענען עדות.
צו אייך קודם כל האט ה׳ אויפגעשטעלט זיין קנעכט און אים געשיקט אייך צו בענטשן, ווען יעדער איינער פון אייך וועט זיך אוועקקערן פון זיינע (מעשים) רעים.
זאלט איר אלע וויסן און דאס גאנצע פאלק ישראל, אז אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, דורך דעם דאזיקן שטייט דער מאן געזונט פאר אייך.
און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד,