און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים!
זאגט פילאטוס צו אים: וואס איז אמת? און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ווידער ארויסגעגאנגען צו די יידן, און זאגט צו זיי: איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים!
און פילאטוס איז ווידער ארויסגעגאנגען אינדרויסן און האט צו זיי געזאגט: זע, איך פיר אים ארויס צו אייך, כדי איר זאלט וויסן, אז איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים.