Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 13:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 13:2
41 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

(דער דאזיקער מין אבער גייט נישט ארויס אחוץ דורך תפילה און פאסטן.)


און ווען איר פאסט, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, מיט א זויער פנים; מחמת זיי פארפינסטערן זייערע פנימער, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן, אז זיי פאסטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.


בעט זשע דעם האר פון דעם שניט, אז ער זאל ארויסשיקן ארבעטער צו זיין שניט!


און נאך דעם האט דער האר באצייכנט נאך זיבעציק אנדערע און זיי געשיקט זאלבעצוויי פארויס פאר זיך אין יעדער שטאט און ארט, וואואהין ער אליין האט געזאלט קומען.


און איז געווען אן אלמנה ביז צו פיר און אכציק יאר, וואס האט נישט פארלאזט דאס בית המקדש, און האט געדינט ה׳ מיט תעניתים און תפילות בייטאג און ביינאכט.


און בשעת פעטרוס האט נאכגעטראכט וועגן דעם חזיון, האט דער גייסט צו אים געזאגט: זע, דריי מענער זוכן דיך.


און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים,


דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.


און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין.


און פון דארטן זיך אוועקגעשיפט קיין אנטיאכיען, פונוואנען זיי זענען איבערגעגעבן געווארן צו ה׳ס חסד צו (טאן) די ארבעט, וואס זיי האבן דערפילט.


היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.


און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם.


און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין,


מיר אבער וועלן אנהאלטן אין תפילה און אין דער עבודה פון דעם ווארט.


און דער גייסט האט געזאגט צו פיליפוסן: גיי צו, און באהעפט דיך צו דעם דאזיקן רייטוואגן.


דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;


פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳,


און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.)


צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.


דאס אלץ אבער ווירקט איין און דער זעלביקער רוח (הקודש), וועלכער טיילט אויס יעדן איינעם באזונדער, ווי ער וויל.


שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט.


אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).


אין שלעק, אין תפיסות, אין מהומות, אין ארבעט, אין נאכט וואכן, אין תעניתים,


ווען אבער עס איז וואוילגעפעלן דעם, וועלכער האט מיך אפגעשיידט פון מיין מוטערס לייב און דורך זיין חסד מיך גערופן,


פון וועלכער איך בין געווארן א משרת לויט דער מתנה פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן לויט דער ווירקונג פון זיין גבורה;


און זאגט ארכיפוסן: גיב אכטונג אויף דער עבודה, וואס דו האסט באקומען אינם האר, אז דו זאלסט זי דערפילן.


פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.


פאר וועלכער איך בין באשטימט געווארן אלס אן מבשר, און שליח, און מורה תורה.


און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע.


לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה.


דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה.


און קיינער נעמט נישט פאר זיך דעם דאזיקן כבוד, נאר דער, וואס איז בארופן פון ה׳, פונקט ווי אויך עס איז אויך געווען דער פאל מיט אהרנען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ