9 און ער איז ארויסגעגאנגען און האט נאכגעפאלגט; און נישט געוואוסט, אז עס איז אמת, וואס איז געשען דורך דעם מלאך, נאר האט געמיינט, ער זעט א חזיון.
זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן.
און בשעת פעטרוס האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו דערקלערן, וואס עס קען זיין די דערשיינונג, וועלכע ער האט געזען, זע, די מענער, וואס זענען געשיקט געווארן פון קארנעליוסן, האבנדיק זיך נאכגעפרעגט וועגן שמעונס הויז, זענען געשטאנען ביים טויער,
ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!
איך בין געווען אין דער שטאט יפו און האב תפילה געטאן, און אין א טראנס האב איך געזען א חזיון, עפעס א געפעס איז אראפגעקומען ווי א גרויס ליילעך, אראפגעלאזט פון הימל ביי די פיר עקן; און עס איז געקומען צו מיר;
און דער מלאך האט צו אים געזאגט: גארטל דיך אונטער און טו אָן דיינע שיך. און ער האט אזוי געטאן. און ער האט צו אים געזאגט: היל דיך איין אין דיין מלבוש און פאלג מיר נאך.
דערפאר, אָ קעניג אגריפא, בין איך נישט געווארן אומגעהארכזאם צו דעם חיזיון פון הימל;
און אין דמשק איז געווען א געוויסער תלמיד מיטן נאמען חנניה; און דער האר האט צו אים געזאגט אין א חזיון: חנניה! און ער האט געזאגט: אָט בין איך, האר!
דורך אמונה האט אברהם געהארכט, ווען ער איז גערופן געווארן, ארויסצוגיין צו אן ארט, וואס ער האט געזאלט באקומען פאר א ירושה; און איז ארויסגעגאנגען, נישט וויסנדיק, וואואהין ער גייט.