Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 12:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און זע, א מלאך פונם האר איז געקומען, און א ליכט האט אויפגעלויכטן אין דער קאמער; און ער האט א קלאפ געטאן פעטרוסן אויף דער זייט און אים אויפגעוועקט, און געזאגט: שטיי אויף געשווינד. און די קייטן זענען אים אראפגעפאלן פון די הענט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 12:7
37 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און נאך זייער אוועקגיין, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך צו יוספן אין א חלום, אזוי צו זאגן: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און אנטלויף קיין מצרים, און זיי דארטן, ביז איך וועל דיר זאגן; מחמת הורדוס וועט זוכן דאס קינד, כדי עס אומצוברענגען.


און א מלאך פונם האר (ה׳) האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיי און דער כבוד פון האר (ה׳) האט זיי ארומגעלויכטן, און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט.


און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער;


און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים,


און פלוצלונג האט א מלאך פון דעם האר אים א שלאג געטאן, דערפאר וואס ער האט נישט אפגעגעבן דעם כבוד צו ה׳; און ווערנדיק אויפגעפרעסן פון ווערעם, איז ער אויסגעגאנגען.


און ווען הורדוס האט אים שוין געזאלט ארויספירן, איז פעטרוס יענע נאכט געשלאפן צווישן צוויי זעלנער, מיט צוויי קייטן געבונדן; און לייט אויף דער וואך ביי דער טיר האבן געהיטן די תפיסה.


און דער מלאך האט צו אים געזאגט: גארטל דיך אונטער און טו אָן דיינע שיך. און ער האט אזוי געטאן. און ער האט צו אים געזאגט: היל דיך איין אין דיין מלבוש און פאלג מיר נאך.


איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן.


אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.


און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:


און בשעת ער איז געפארן, איז געשען, אז ווען ער האט זיך דערנענטערט צו דמשק, האט פלוצלונג א ליכט פון הימל אים ארומגעשטראלט;


ווייל אלץ, וואס ווערט אנטפלעקט, איז ליכט. דערפאר זאגט ער: וואך אויף, דו שלאפנדיקער, און שטיי אויף פון די טויטע, און דער משיח וועט דיך באלויכטן! (ישעיהו ס, א.)


צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?


נאך דעם האב איך געזען אן אנדערן מלאך אראפקומען פון הימל, האבנדיק גרויס מאכט; און די ערד איז באלויכט געווארן פון זיין הערלעכקייט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ