Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 12:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און נעמענדיק אים געפאנגען, האט ער אים איינגעזעצט אין תפיסה, איבערגעבנדיק אים צו פיר אפטיילונגען זעלנער, יעדע פון פיר מאן, צו היטן, האבנדיק בדעה נאך פסח אים ארויסצופירן פארן פאלק.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 12:4
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען.


נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.


און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט,


פאר דעם אלעם אבער וועלן זיי לייגן אויף אייך זייערע הענט, און אייך פארפאלגן, און וועלן אייך איבערגעבן צו די שולן און תפיסות און אייך פירן פאר מלכים און מושלים צוליב מיין נאמען.


ער אבער האט צו אים געזאגט: האר, מיט דיר בין איך גרייט צו גיין סאי אין תפיסה אריין און סאי צום טויט!


און די זעלנער, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים יהושען/ישוען, האבן גענומען זיינע מלבושים, און געמאכט פיר חלקים, פאר יעדן זעלנער א חלק, און אויך דאס אויבערמלבוש. און דאס אויבערמלבוש איז נישט געווען גענייט, נאר אינגאנצן געוועבט פון אויבן (ביז אראפ).


באמת, באמת זאג איך דיר: ווען דו ביסט געווען יונג, האסטו דיך ארומגעגארטלט און ביסט געגאנגען, וואו דו האסט געוואלט; אבער ווען דו וועסט אלט ווערן, וועסטו אויסשטרעקן דיינע הענט, און אן אנדערער וועט דיך ארומגארטלען און פירן, וואואהין דו וועסט נישט וועלן.


און זעענדיק, אז עס איז געפעלן די יידן, האט ער געמערט צו ארעסטירן פעטרוסן אויך. און עס זענען (דעמאלט) געווען די טעג פונם חג המצות.


פעטרוס איז דעריבער באוואכט געווארן אין דעם געפענקעניש, און די קהלה האט זייער ערנסט מתפלל געווען פאר אים צו ה׳.


צו טאן וואס דיין האנט און עצה האט פארויס גוזר געווען, אז עס זאל געשען.


און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי איינגעזעצט אין תפיסה ביז אינדערפרי; ווארום עס איז שוין געווען אוונט.


און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף די שליחים, און זיי איינגעזעצט אין דער שטאטישער תפיסה.


שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ